אין ווארשע עפנט זיך היינט א סאמיט צווישן אמעריקע און מדינת ישראל מיט עטליכע אראבישע גאלף לענדער, צו דיסקוסירן פראבלעמען אינעם מיטל-מזרח, הויפטזעכליך איבער איראן, און עס איז אויך ערווארטעט צו ווערן דיסקוסירט א מעגליכע שלום-פלאן צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. וויצע פרעזידענט מייק פענס, אינאיינעם מיט הויכראנגיקע באאמטע אין ווייסן הויז ווי דשעראד קושנער און דשעיסאן גאלדבלאט וועלן פארטרעטן אמעריקע, און פון מדינת ישראל איז געקומען דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו. און עס געפונען זיך דארט אויך די אויסערן מיניסטארן פון סאודי אראביע, און נאך עטליכע אראבישע לענדער.

די פאלעסטינער האבן באיאקאטירט דעם סאמיט, און אפעלירט צו אראבישע לענדער צו אפרופן זייער באטייליגונג, זאגנדיג אז דאס איז איינזייטיג און די טראמפ אדמיניסטראציע איז איינזייטיג קעגן די פאלעסטינער. דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין ארום דרייסיג יאר וואס אראבישע לענדער זיצן אפיציעל ביי א סאמיט מיט מדינת ישראל.


אן אלטע בילד פון פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו מיט די אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל