בלויז א יאר נאכ׳ן צוזאמשטעלן א רעגירונג, וועט שפאניע ווארשיינליך גיין ווידער צו די שטים בודקעס אין נאך א רונדע פון קריטישע וואלן וועלכע קענען אנטשיידן די צוקונפט פון שפאניע, נאכדעם וואס דער פרעמיער מיניסטער פּעדראָ סאַנטשעז קען נישט באקומען גענוג שטימען אינעם פארליאמענט פאר׳ן בודזשעט. ער נישט געקענט באקומען א רוב אינעם פארליאמענט פאר זיין בודזשעט, נאכדעם וואס די קאטאלאניער פארטייען האבן געשטעלט א וועטא, און געשטעלט א באַדינגונג אז זיי וועלן דאס באשטעטיגן בלויז אויב ער ערלויבט א דעבאטע איבער די זעלבסשטענדיגקייט פון קאטאלאניע.

אין די זעלבע צייט האט זיך נעכטן געעפנט אין מאדריד דער פראצעס קעגן 13 אקטיוויסטן און פאליטישע פיגורן פון קאטאלאניע, וועלכע ווערן באשולדיגט אין שפילן א ראלע אין די אויפשטאנד דעם פאריגן זומער אין וועלכע קאטאלאניע האט דערלקערט זעלבשטענדיגקייט. צווישן די באשולדיגטע איז דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער פון קאטאלאניע קווים טארע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל