דער מאָמענט וואס אַ נאָרוועגישע קרוז שיף קראַכט אריין אין אַנקער-טיילן אין פּאָרטאָ ריקאָ איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא.

די נאָרוועגישע "עפּיק" איז געווען אויפ'ן וועג פון פּאָרט קאַנאַוועראַל, פלאָרידע צו די בריטישע ווירדזשין אינזלען ווען עס האט געליטן אַ מעכאַנישע פראבלעם היינט דינסטאג, די דריטע טאָג פון אַ זיבן טאָגיגע קרוז רייזע, און האט אפגענויגט צו סאַן כואַן.

א פּאַסאַזשיר אויף אַ אנדערע קרוז שיף וואז איז געשטאנען געאַנקערט נישט ווייט האט אפגעכאפט די גאנצע עקסידענט אויף ווידיא. קיין פארוואונדעטע זענען באריכטעט געווארן פונעם שיף אדער בארטן. די ריזיגע שיף איז ערווארטעט צו פארבלייבן אין פּאָרטאָ ריקאָ ביז דאנערשטאג ווען מעכאניקערס האָפן צו פאררעכטן די שאדן פאר די צוריקקער צו פּאָרט קאַנאַוועראַל.



באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל