יו.ען. עקספערטן ווארענען אז טראץ וואס אייסיס איז שטארק אפגעשוואכט אין סיריע' האט די גרופע אוועקגעלייגט אסטראנאמישע סומעס געלד וואס זי וועט נוצן צו פינאנצירן טעראר קעגן די מערב וועלט. עקספערטען זאגן אז אייסיס האט נאך פארבליבן אמווייניגסטנס 300 מיליאן דאלער אין קעש, וואס זי האט פארדינט פון אירע אויל פארקויפן, משכונות פארכאפונגען, און פלינדערייען.

דער ווארנונג קומט אין א צייט ווען די קאאליציע קעגן אייסיס גרייטן זיך אויף דעצידירנדע שלאכטן קעגן דעם טעראר גרופע איר צו ארויסטרייבן פון איר לעצטע פעסטונג אין דעם דיר-אל-זור פראווינץ אין סיריע. אין די לעצטע טעג האבן קורדישע קעמפער באוויזן צו ארויסטרייבן אייסיס פון עטליכע דערפער, און זיי ווערן ארומגערינגלט אין זייער לעצט פארבליבענע שטח.

די שלאכטן וועלן זיין גאר שווער, נעמנדיג אין באטראכט אז די גרופע האט נאך אכצן טויזנט קעמפער וועלכע זענען גרייט צו קעמפן ביז צום טויט, און פארמאגן נאך אויך ריזיגע זאפאסן פון אמוניציע. דאס קען ברענגען א גאר בלוטיגע לעצטע קאמפ, מיט פילע פאטאליטעטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל