א פענטאגאן באריכט - אפגעשיקט צום סענאט וואפן קאמיטע - ווארנט אז כינע און רוסלאנד טוען ביידע אנטוויקלן וואפן וועלכע וועלן געשטעלט ווערן אין ספעיס, און נוצן לעיזער טעכנאלאגיע וועלכע וועט זיי ערלויבן צו סאבאטאזשירן אמעריקאנער סאטעליטן וועלכע זענען קריטיש וויכטיג אין פאל פון קריג צו דערשפירן סיי וועלכע מיסיל ארויסשיס.

דער באריכט זאגט אז ביידע לענדער זענען אין די לעצטערע שטאפלן פון אנטוויקלן זייערע וואפן וועלכע זיי וועלן קענען ארויסשיקן צום ספעיס און דערמיט פארלעצן דעם אינטערנאציאנאלן פארשטענדעניש נישט צו נוצן ספעיס פאר קריג און וואפן. און דערמיט אונטערגעשטראכן די וויכטיגקייט אז אמעריקע זאל אויך אנטוויקלן ספעיס וואפן.

דער כינעזער אויסערן מיניסטעריום האט קאטעגאריש אפגעווארפן דעם באריכט, זאגנדיג אז עס איז אומבאגרינדעט און כינע איז פארפליכטעט צו אוועקשטיין פון א ספעיס וואפן געיעג, און צוגעלייגט אז דער באריכט קומט בלויז צו בארעכטיגן אמעריקאנער פרואוון צו מיליטעריזירן דעם ספעיס מיט׳ן נייעם ספעיס קראפט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל