מדינת ישראל האט נעכטן צום דריטן מאל אין די לעצטע וואכן אטאקירט מיליטערישע צילן פון די אסאד מיליטער, אין דרום סיריע ביים גרעניץ מיט צפון מדינת ישראל. די אטאקעס זענען געצילט געווארן קעגן א מיליטערישע וואך-פונקט נעבן דעם דרוזישן שטאט קונטעירא, און לויט די באריכטן אין סיריע זענען עטליכע פארוואונדעט געווארן.

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט היינט באשטעטיגט אז מדינת ישראל איז געשטאנען אונטער די אטאקע, און געזאגט אז מדינת ישראל וועט נישט ערלויבן פאר איראנער קרעפטן זיך צו באזעצן נעבן די מדינת ישראל גרעניץ, און דערמיט אנגעדייטעט אז דער מיליטערישער וואך פונקט האט געדינט איראנער אינטערעסן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל