טעקסאס - צווישן זיינע באמערקונגען ביים ראלי נעכטן אין על-פאסאו, האט דער פרעזידענט - אויף זיין כאראקטעריסטישע שטייגער - זיך בארימט איבער די מאסיווע מאסן וועלכע קומען צו זיינע ראליס, און געזאגט אז טראץ וואס לעגאל טארן נישט אריינקומען מער ווי 8,000 אין דעם קאלאסיום, האט די פייער דעפארטמענט געגעבן א ״ספעציעלע אויסנאם״ צו אריינברענגען איבער צען טויזנט מענטש, צולייגנדיג ״א דאנק אייך פייערלערשער״.

אבער די לאקאלע פייער דעפארטמענט זאגט אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און זיי האבן אייגענטליך אריינגעלאזט בלויז 6,500 מענטשן אינעווייניג. און געזאגט אז מיטאמאל איז געווען א פארלאנג פון די טראמפ קאמפיין צו העכערן די צאל מענטשן וואס מען לאזט אריין.

א ווארטזאגער האט צוגעלייגט אז זיי שאצן דעם גאנצן ראלי - מיט די מענטשן אינדרויסן אינעם פארקינג לאט - ביי ארום 15,000 מענטשן, טראץ וואס טראמפ האט געזאגט אז ער האט דארט ארום 35 טויזנט מענטשן. זיי האבן אויך געזאגט אז ביי די בעטא אראורקע ראלי געפונען זיך ״אפשר 300 מענטשן״, טראץ וואס אפיציעלע שאצונגען האבן עס געשטעלט ביי ארום צען טויזנט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל