די ציפערן וואס זענען נארוואס ארויסגעקומען איבער׳ן לעצטן קווארטאל פון 2018 פאר׳ן דייטשן עקאנאמיע, צייכענען א פעסימיסטישע בילד פאר אייראפע'ס גרעסטע עקאנאמיע. די וואוקס פון די עקאנאמיע איז געווען זערא, וואס באדייט אז זי האט אויסגעמיטן א רעסעסיע מיט א האר צום צווייטן קווארטאל אין א רייע. דאס ווערט צוגעשריבן צו די פארשטייטערונג אין די גלאבאלע קאר מארקעט, ספעציעל פון די דייטשע פירמעס, טיילווייז צוליב די זארג פון טאריפן פונעם טראמפ אדמיניסטראציע. און אויך נידריגערע וואסערן אינעם ריין טייך וועלכע פארשווערט די אימפארט און עקספארט און לייגט א שווערע לאסט אויף די עקאנאמיע.
די ציפערן צייגן אויך א נידריגע קאנסומער קאנפידענץ, און פאמיליעס שפענדן ווייניגער אויף אויסגאבן, און עקאנאמיסטן זענען באזארגט אז א רעסעסיע אין דייטשלאנד קען מיטשלעפן מיט זיך אייראפע און דאן זיך אויסשפרייטן צו גלאבאלע מארקעטס איבער די גאנצע וועלט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה