דער "ניו יארק טיימס" האט נעכטן אויפגעדעקט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אויסגעברייטערט א פראגראם וועלכע האט זיך אנגעהויבן אונטער די בוש אדמיניסטראציע, נעמליך צו אונטערשטעלן שפיצלעך און מאסיווע סייבער אטאקעס צו סאבאטאזשירן דעם איראנער מיסיל פראגראמען. דאס ווערט געטוהן דורך אריינרוקן פעלערהאפטיגע באשטאנדטיילן צו די פירמעס וועלכע פארקויפן געצייג צום איראנער מיליטער, און דורך פארדרייען די קאמפיוטערס אין די איינריכטונגען, און אומברענגען וויסנשאפטלער און באאמטע וועלכע זענען קריטיש וויכטיג פאר די פראדוקציע.

דער איראנער סאטעליט פראגראם - וועלכע איז פארבינדן צו איר מיסיל פראגראם - האט דעם חודש געהאט צוויי פעלערהאפטיגע פראבעס, און טראץ וואס זי גייט שוין פאר צען יאר איז זי זייער צוריקגעשטאנען. אין די צייט וואס אינטערנאציאנאל שטייט די צאל פעלערהאפטיגע פראבעס ביי ארום 5%, שטייט דאס אין איראן ביי 67% א דאנק די סאבאטאדש באמיאונגען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל