א 49-יעריגער קאָוסט גאַרד לוטענאַנט איז ארעסטירט געווארן און ערווארט צו אנגעקלאגט ווערן מיט דאָמעסטיק טעראָריזם קלאַגעס פאַר'ן פּלאַנירן "צו מאָרדן אומשולדיגע ציווילע מענטשן אויף אַ שטאפל זעלטן געזעהן אין די לאַנד", לויט געריכט דאָקומענטן גע'פייל'ט אין די יו. עס. דיסטריקט קאָורט אין מערילאַנד נעכטן.

פעדעראַלע פּראָקוראָרן זאָגן אז קריסטאָפער פּאָול כאַסאַן, אַ זעלבס-דערקלערטער ווייסע נאַציאַנאַליסט וואס וואוינט אין סילווער ספּרינג מערילאַנד, האט אנגעזאמעלט אַ ריזיגע זאַפּאַס פון וואפן זינט 2017, און האט אויספלאנירט צו ארויסלאזן אַ ברייט-פארצווייגטע אטאקע אויף באוואוסטע דעמאָקראַטישע געזעצגעבער, אַריינגערעכנט הויז ספּיקער נענסי פּעלאָוסי, און עטליכע הויכע-פּראָפיל זשורנאליסטן פון עם.עס.ען.בי.סי. און סי.ען.ען..




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל