א שנעל-לויפענדע פייער האט דורכגעאקערט אַ היסטארישע דיסטריקט אין די הויפּטשטאָט פון בענגלאַדעש שפּעט מיטוואך אָווענט, אומברענגענדיג כאטש 81 מענטשן און געמאכט פלאך אַ געגנט וואָס האט א רייכע היסטאריע פון איבער 400 יאר.

די פייער האט אויסגעבראכן אין אַ רעזידענשעל געביידע וואָס האט געהאלטן פלאם מאַטעריאַל אויף די ערשטע שטאָק, און עס האט זיך געשווינד אויסגעשפרייט פון געביידע צו געביידע אין די אלטע דיסטריקט פון טשאַקבאַזאַר אין דהאַקאַ. עדות געזאָגט אז פילע גאַז פעסער געהאלטן אין די געביידעס האבן געהאלטן אין איין אויפרייסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל