א ווידיא וועלכע איז ברייט מיטגעטיילט געווארן אויף סאשעל מידיא האט אויפגעוועקט די אינטערנאציאלע געמיינדע צום פאקט אז די כוליגאנישע פראטעסן און ראיאטן פון די געלע וועסטלעך באוועגונג איז אינפעסטירט געווארן מיט העסליכע אנטיסעמיטישע סענטימענטן.

אינעם ווידיא ווערט געזען א רעספעקירטער אידישע פראפסעסאר ווערט אטאקירט דורך ווילדע מאסן און פארשריגן מיט נידריגע אנטיסעמיטישע לאזונגען. דער ווידיא מיט׳ן הילפסלאזער איד וועלכער ווערט דערנידערט און פארשעמט אין די גאס, האט געקריגן שטארקע דעקונג און געברענגט אינטערנאציאנעלע אויפמערקזאמקייט צו די סיטואציע פון יהדות צרפת. די סצענע ווי א איד ווערט דערנידערט אין עפנטליכקייט ברענגט אויף פיינלפולע זכרונות פאר יהדות אייראפע, און שטרייכט אונטער די זארג איבער די צוקונפט פון אידן אין אייראפע אין ליכט פון די שטייגנדע פיינטשאפט און אנטיסעמיטיזם, גאר אפט פארשלייערט אין אנטי-ציוניזם.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל