די פוילישער רעגירונג האט רעאגירט מיט אויפברויז איבער באמערקונגען פונעם נייעם אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל וועלכער האט שטארק באליידיגט די פאלאקן. דער צייטווייליגער אויסערן מיניסטער ישראל כ"ץ האט אין זיין ערשטן טאג אין אמט זיך באצויגן צו א לעצטיגע קריזיס צווישן פוילן און מדינת ישראל איבער באמערקונגען פונעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער אז די פאלאקן האבן קאלאבארירט מיט די נאציס.

נאכדעם וואס פוילן האט געסטראשעט אז זיי וועלן אפרופן א געפלאנטע סאמיט אין מדינת ישראל, האט נתניהו קלארגעשטעלט אז ער האט געמיינט אינדיווידועלע פאלאקן און נישט די פוילישע רעגירונג. דאס האט טיילווייז בארואיגט די פאלאקן, וועלכע האבן געזאגט אז דערווייל וועט דער סאמיט ווייטער אנגיין. אבער היינט האט דער אויסערן מיניסטער קלארגעשטעלט אז פאלאקן האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, און האט צוגעלייגט אז ״פאלאקן ווערן געפיטערט אנטיסעמיטיזם מיט די מאמעס מילך״. די באמערקונג איז אראפגעריסן געווארן דורך באאמטע אין פוילן אלס ״ראסיסטיש״, און זיי האבן גענצליך אפגערופן דעם געפלאנטן סאמיט.

ישראל כ"ץ
דער צייטווייליגער אויסערן מיניסטער ישראל כ"ץ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל