זיבן פּאַרליאַמענט מיטגלידער פון די לעיבאר פארטיי האבן היינט אינדערפרי עפנטליך אפגעזאגט זייער מיטגלידערשאפט אינעם פארטיי, אנגעבנדיג די שוואכע פירערשאפט פונעם יעצטיגן פארטיי הויפט דזשערעמי קארבין, איבער פארשידענע אנלעגנהייטן, און הויפטזעכליך איבער ברעקזיט און אנטיסעמיטיזם אינערהאלב די פארטיי. זיי האבן אויך געזאגט אז זיי ווילן אז די פארטיי פירערשאפט זאל שטיצן א פרישע רעפערענדום ארום ברעקזיט - וועלכע דארף פאסירן אין 39 טאג און דערווייל איז נאכנישט דא קיין אפמאך, אבער די פארטיי פירערשאפט האט זיך אנטזאגט פון שטיצן אזא איניציאטיוו, און זיי באשולדיגן קארבין אין זיין פרא-ברעקזיט.

קארבין זעלבסט האט אין די פארגאנגענהייט זיך געטראפן מיט ראדיקאלע אנטיסעמיטן, און געלאזט הערן קאנטראווערסיאלע באמערקונגען, און אונטער זיין פירערשאפט האבן פילע לעיבאר מיטגלידער זיך געשפירט פריי צו לאזן הערן זייערע אנטיסעמיטישע אנשויאונגען.

דזשערעמי קארבין
דזשערעמי קארבין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל