נאך א לאנגע אויספארשונג פון איבער 18 חדשים, האט א פּאַרליאַמענטארע קאמיטע אין לאנדאן ארויסגעגעבן א באריכט איבער דעם סאשעל מידיא פירמע פעיסבוק, אין וועלכע זי באשולדיגט איר אין פריוואטקייט פארלעצונגען און אומלעגאלע מאנאפאל טאקטיקן און רופט פאר א זעלבשטענדיגע איבערזיכט אויף די פירמע. דער אויספארשונג איז א רעזולטאט פון עטליכע עפנטליכע סקאנדאלן איבער פריוואטקייט פארלעצונגען פון די פירמע, ווי דאס פארקויפן פריוואטע אינפארמאציע פאר באנוצער פאר דרויסנדיגע פירמעס און רעגירונגען, און דער באריכט זאגט אז - טראץ אירע צוזאגן - האט די פירמע גאנץ ווייניג געטוישט און טוט נאך אלס באגיין פארברעכנס און פארלעצט פריוואטקייט.
״עס איז נישטא קיין אויסוועג נאר אוועקשטעלן א דרויסנדיגע איבערזיכט. די עפאכע וואס מען געטרויט טעכנאלאגיע פירמעס אז זיי זאלן זיך אליין רעגולירן איז פאראיבער״, זאגט דער באריכט. זי טוט רעקאמענדירן פאר פּאַרליאַמענט צו דורכפירן א געזעץ וועלכע זאל פארפליכטן פעיסבוק צו שטיין אונטער די אויפזיכט פון א זעלבסעשטענדיגע אגענטור וועלכע וועט פארמירט ווערן דורך די רעגירונג. די באריכט איז ארויסגעקומען גאר שארף קעגן פעיסבוק, רופענדיג איר "דיגיטאַלע באנדיטן"...

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה