די געלע וועסטלעך פראטעסטן, וועלכע האבן זיך אנגעהויבן צוליב א געזעץ אז אין יעדע קאר אין פראנקרייך מוז זיך געפונען א געלע וועסטל, און דערנאך געלייגט א שטארקע געוויכט אויף גאזאלין שטייער, האט יעצט אנגענומען א נייעם פארעם ווען פראטעסטירער פון דער באוועגונג האבן באוויזן ארוסצונעמען פון באנוץ איבער האלב פון די דריי טויזענט צוויי הונדערט ספיד קעמרעס וועלכע זענען אויסגעשפרייט איבער גאנץ פראנקרייך. די "געלע וועסטלעך" פראטעסטירער זענען שוין לאנג טרויעריג-בארימט פאר זייער האס צו יעדע סארט שטייער וואס איז פארבינדן מיט קארס און שאסייען. בלויז געציילטע וואכן צוריק האבן געלע וועסטלעך פראטעסטירער אויסגעשאלטערט די מאשינען ביי א טאל בודקע, און זיכער געמאכט אז אלע קארס פארן דורך אהן באצאלן.

בילד: א ספיד קאמערע איבער געדעקט מיט פלאסטיק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל