אין די איצטיגע טעג איז ערווארטעט זיך אנצוהויבן א פרישע זיכעריי אויף דער מאלאזיע פלייט 370, וועלכע איז פארשוואונדען געווארן עטליכע יאר צוריק אן איבערלאזן שפירן, און איז אנגענומען צו האבן געקראכט אין דעם אינדישן אקעאן. דער זוכעריי וועט אבער נישט זיין קאנצעטרירט אין דעם אינדישן אקעאן, נאר אין די קאמבאדיער דזשאנגלען אנגעפירט דורך א פילאט וועלכע זאגט אז ער האט באמערקט דעם פליגער געקראכט אויף דער ערד נאכ'ן אדורכנישטערן סאטעליט בילדער פון גוגל מאפעס. דער פילאט דעניעל בויער איז אזוי זיכער מיט זיין אויפדעקונג אז ער האט ארגאנאזירט א זוך אקציע עס צו טרעפן.

דער מאלאזיער פליגער איז שוין פארשוואונדן געווארן נאנט צו פינעף יאר צוריק ווען עס איז ארויסגעפלויגן פון מאלאזיע קיין בעדזשינג און זינט דאן האט מען גארנישט געהערט דערפון. דער פליגער האט געפירט צוויי הונדערט זיבן און צוואנציג פאסאדזשירן מיט צוועלעף מאנשאפט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל