לויט דער הויפט גענעראל פון מדינת ישראל, האט חיזבאַלע געהאט אין פלאן צו נוצן די אונטערערדישע טונעלן וואס די גרופע האט געגראבן צווישן לבנון אין מדינת ישראל, אדורוכצופירן א בליץ אינוואזיע אויף מדינת ישראל שטעט אויף א פארנעם וואס וואלט אויפגעטרייסלט די גאנצע געגנט.

גענעראל גדי אייזנקאף זאגט אז די גרופע האט געהאט אין פלאן צו נוצן די טונעלן אין פאל עס ברעכט אויס א מלחמה אדער א ערנסטע קאנפליקט. דער פלאן פון חיזבאַלע איז געווען אנצוהויבן א סורפרייז אטאקע דורכ'ן אריינשיקן צווישן טויזנעט און פופצן הונדערט קעמפער דורך א רייע טונעלן, און באהאגלען מדינת ישראל מיליטערישע באזעס מיט ארטילערי כדי צו פארזיכערן אז מדינת ישראל זאל זיך נישט קענען פארטיידיגן. דער ציהל פון דער פלאן איז געווען צו באקומען קאנטראל אויף א טייל פון מדינת ישראל און עס אנהאלטן פאר ווי לאנג מעגליך, פשוט צו צוברעכן די מאראל פון דער מדינת ישראל באפעלקערונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל