לויט באריכטן פון ווייסע הויז געהילפן, טוען ווייסע הויז אדוואקאטן צוגרייטן לעגאלע ארגומענטן צו בארעכטיגן א נאציאנאלע עמערדזשענסי דעקלעראציע איבער דער סיטואציע ביי דער דרום גרעניץ.

איינע פון וועגן ארויס פון דעם יעצטיגן שאטדאון פלאנטער, איז אז טראמפ זאל דערקלערן א נאציאנאלע עמורדזשענסי, עפעס וואס וועט אים לעגאל בארעכטיגן צו נוצן דער מיליטער צו בויען די גרעניץ וואנט. די ערווארטונג איז אבער אז עס וועט זיך אנהויבן א לעגאלע געראנגל צווישן טראמפ און די דעמאקראטן צו א נאציאנאלע עמורדזשענסי דעקלעראציע איז בכלל בארעכטיגט.

לויט דער באריכט, האבן ווייסע הויז אדוואקאטן אויך פארגעשלאגן אז טראמפ זאל זיך באנוצן ווי מער מיט דער טערמין "קריזיס", ווייל ווי מער עס ווערט באנוצט וועלן זיי דאס קענען דערמאנען מער מאל אין פאפירן וואס זיי וועלן דארפן אריינגעבן אין געריכט. די געלט פאר די וואנט אין פאל פון א נאציאנאלע עמורדזשענסי קען לעגאל ווערן גענומען פון אומגענוצטע פעדעראלע געלטער. אין דעם יעצטיגן פאל איז פארהאן דרייצן ביליאן דאלאר באשטימט פאר געגנטער וועלכע האבן געליטן פון נאטירליכע קאטעסטראפעס, אריינגערעכנט צוויי ביליאן דאלער באשטימט פאר פארטא-ריקא וועלכע אז באטראפן געווארן פון האריקען מאריא און איבער פיר א האלב ביליאן באשטימט פאר פראיעקטן אין טעקסאס וועלכע האט געליטן פון האריקען הארווי.

אין אנדערע נייעס איבער דער גרעניץ וואנט, האט דער פענטעגאן שוין אנגעהויבן צו צוגרייטן פלענער צו בויען צוימן ביי דער דרום גרעניץ אין פאל פרעזידענט טראמפ דערקלערט א נאציאנאלע עמורדזשענסי, נאך אן אנדייטונג אז דער פרעזידענט גרייט זיך גאר ערנסט דערפאר. פענטעגאן ווארטזאגער ביל ספיעקס זאגט אז דער פענטעגאן קוקט אריין אין פארשידענע געדאנקען, אבער ער קען נישט אריינגיין אין דעטאלן וויבאלד דער פרעזידענט האט נישט ארויסגעגעבן קיין שום דעקלעראציע.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל