די דעמאקראטיש-אנגעפירטע קאנגרעס האט נעכטן דאנערשטאג באשטעטיגט א אויסגאבן ביל צו פינאנצירן דער טראנספארטאציע דעפארטמענט, דער האוזינג דעפארטמענט, און נאך. דער ביל איז אריבער מיט צוויי הונדערט פיר און פערציג קאנגרעסלייט וועלכע האבן געשטימט פאר דעם ביל, דערונטער צוועלף רעפובליקאנער וועלכע זענען אריבער פארטיי ליניעס און געשטימט פאר דעם ביל, און הונדערט אכציג קאנגרעסלייט האבן געשטימט אנטקעגן דעם ביל.

א צווייטע ביל צו פינאנצירן דער דעפארטמענט פון אגריקולטור, איז אריבער מיט צוויי הנדערט דריי און פערציג אנטקעגן הונדערט דריי און אכציג, אין דעם איז אריינגערעכנט צען רעפובליקאנער וועלכע האבן געשטימט פאר דעם ביל. דער דאזיגער ביל נעמט אויך אריין פאנדינג פאר פוד סטעמפס וואס וועט אויסלויפן פון געלט ענדע פעברואר. די דעמאקראטן אין קאנגרעס זענען ערווארטעט צו באשטעטיגן היינט פרייטאג נאך א אויסגאבן ביל. קיין איינע פון די בילס זענען אבער נישט ערווארטעט באשטעטיגט צו ווערן דורך דעם רעפובליקאנע אנגעפירטע סענאט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל