אין די זעלבע צייט וואס דער אמעריקאנער מיליטער האט אנגעהויבן איר ריקצוג פון סיריע, האט פרעזידענט טראמפ געווארנט טערקיי אז זיי זאלן נישט אויסנוצן די אפוועזנהייט פון אמעריקע צו טשעפענען די קורדן וועלכע זיצן ביים גרעניץ צווישן טערקיי מיט סיריע, זאגנדיג אז סיי וועלכע אקציעס קעגן די קורדן וועט ברענגען שווערע עקאנאמישע סאנקציעס פון אמעריקע קעגן טערקיי. דער טערקישער אויסערן מיניסטער האט אפגעווארפן די ווארנונג, און געזאגט אז טערקיי באטראכט די קורדישע מיליציעס אלס טעראר גרופעס און וועט זיך נישט קימערן מיט אמעריקאנער ווארנונגען און נעמען שריט קעגן זיי. סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא געפונט זיך יעצט אינעם מיטל מזרח, און פרובירט - צווישן אנדערע - אויסצוהאמערן אן אפמאך צו שאפן א 20 מייל דע-מיליטעריזירטע זאנע צווישן די קורדישע טעראטאריע און טערקיי.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה