טראץ פארשידענע אנדייטונגען אז איראן זוכט נאך אלס צו ראטעווען דעם אפמאך וועלכע זי האט אונטערגעשריבן אין 2015 מיט אמעריקע און אייראפע, האט נעכטן דער איראנער רעגירונג אפיציעל דערקלערט א פראגראם וועלכע איז א קלארע פארלעצונג פונעם אפמאך. דער איראנער נוקלעארע פראגראם דירעקטאר, אַלי אַקבאַר סעלאַהי, האט געזאגט אז איראן וועט אנהייבן בארייכערן אוראניום צו א צוואנציג פראצענט שטאפל, טראץ וואס אונטערן אפמאך איז זי ערלויבט בלויז ביז 4 פראצענט — וואס דאס איז די שטאפל וואס פאדערט זיך פאר עלעקטעריציטעט און ענערגיע. עס איז אבער אנגעוויזן געווארן אז צוואנציג פראצענט איז נאך אלס צו ווייניג פאר מיליטערישע באנוץ, טראץ וואס עס איז א קלארער פארלעצונג פונעם אפמאך.

אַלי אַקבאַר סעלאַהי
אַלי אַקבאַר סעלאַהי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל