אין א ווייטערדיגע צייכן פון די אנגעצויגענע דיפלאמאטישע באציאונגען צווישן כינע און קאנאדע, האט א כינעזער געריכט צוגעטיילט טויט-שטראף צו א קאנאדישער בירגער וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן אויף דראג פארלעצונגען. דער געריכט האט אים פריער געאורטיילט צו 15 יאר טורמע, אבער די פראקורארן האבן אפעלירט און פארלאנגט א שטרענגערע אורטייל.

דער קאנאדישער ראבערט שעלענבערג שמאכטעט שוין אין כינעזער טורמע זינט 2014, און דאס יעצטיגע אורטייל ווערט געזען ווי א נקמה פון כינע איבער דעם וואס קאנאדע האט ארעסטירט מענג וואַנזשאָו די פארזיצערין פון די כינעזער הואוועי טעלעפאן פירמע אויף די פארלאנגט פון אמעריקע. זי ווערט באשולדיגט אין ביזנעס שפיאנאזש פאר כינע. די פאמיליע פון שעלענבערג זאגט אז די קלאגעס זענען פאבריצירט און לעכערליך, און קאנאדע האט פארלאנגט זיין אויסליפערונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל