געציילטע טעג נאכדעם וואס קאנאדע האט ארעסטירט א הויכע ביזנעספרוי פון כינע, איז באריכטעט געווארן אז א קאנאדישער דיפלאמאט איז ארעסטירט געווארן אין כינע, אין אן ארעסט וואס איז מעגליך געצילט אלס נקמה אין די קאנאדער רעגירונג. דער קאנאדישער דיפלאמאט מייקל קאווריג (Michael Kovrig) האט געדינט אלס פארשטייער אין האנג קאנג און אין כינע פאר די קאנאדער רעגירונג. א ווארטזאגער פאר די קאנאדער רעגירונג האט געזאגט אז זיי זוכן ענטפערס פון די אויטאריטעטן אין כינע, וועלכע האבן דערווייל נישט ארויסגעגעבן פארוואס ער ווערט פארהאלטן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל