פאליציי אין אפסטעיט ניו יארק טוען אפעלירן צו דער אידישער געמיינדע זיי צו העלפן מיט׳ן טרעפן צוויי קינדער וואס פעלן שוין זינט שבת, און לויט ווי די פאליציי שפעקולירט געפונען זיך די צוויי קינדער אין ניו יארק סיטי. די צוויי געשוויסטער זענען פארכאפט געווארן דורך מיטגלידער אינעם לב טהור קולט, נאכדעם וואס עס איז געלונגען פאר עסקנים זיי צו ארויסראטעווען פון דארט אין א העעראישע אקציע מיט עטליכע וואכן צוריק. לויט די פאליציי זענען די קינדער געזעהן געווארן דאס לעצטע מאל ביים פארכאפט ווערן אריין אין אן אויטא פארנט פון זייער היים אין פאלסבורג אפסטעיט ניו יארק אום שבת קודש רח"ל!


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל