צוויי רוסישע טי-יו-160 באמבאדיר עראפלאנען מיט דער מעגליכקייט צו פירן נוקלעארע וואפנס האבן געלאנדעט נעכטן אין ווענעזועלע, ארויסצוצייגן שטיצע פאר דער סאציאליסטישער רעזשים פון דעם ווענעזועלער פרעזידענט ניקאלעס מאדורע. די נייעס האט אויסגערופן זארג אין אמעריקע, און דער אמעריקאנער אויסערן מיניסטער מייק פאמפעיא האט רעאגירט צו די נייעס זאגנדיג אז ''צוויי קארופטירטע רעזשימען פארשווענדן פובליק פאנדן''. ווענעזועלע און רוסלאנד האבן זיך היבש דערנענטערט אין די פארגאנגענע צען יאר זינט 2008, ווען רוסלאנד האט געשיקט קיין ווענעזועלע א נעווי שיף מיט פארגעשריטענע מיסעלס דערויף.

מייק פאמפעיא'ס טוויט
סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא'ס טוויט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל