אין א לעבעדיגע אויפטריט אויף די פראנצויזישע טעלעוויזיע האט דער פראנצויזישער פרעזידענט עממאנועל מאקראן זיך נאכמער געבראכן צו די פראטעסטירער, פארשפרעכענדיג אז ער וועט העכערן די מינימום געהאלט פאר שוואכע פארדינער און אפשאפן א געפלאנטע שטייער העכערונג אויף מיט קלאס פארדינער. ער האט אבער קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט מאכן א ספעציעלע שטייער פאר די רייכע, זאגנדיג אז דאס וועט שאטן פאר דעם דזשאב וואוקס פונעם לאנד. דאס קומט שוין נאכדעם וואס ער האט זיך געבראכן פאר די געלע וועסטלעך פראטעסטירער און אפגעשאפן דעם גאזאלין שטייער.

די "געלע וועסטלעך" פראטעסטן איז פון די מערסט-סוקסעספולסטע באוועגונגען פון פראנקריייך, און עס איז זיי געלונגען צו טוישן רעגירונס פאליסי אהן אפילו ארויסשטעלן אן אפציעלע ליסטע פון פארלאנגען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל