נאך איבער א וואך פון ווילדע פראטעסטן, האט פרעזידענט עממאנועל מאקראן געזאגט אז ער פארשטייט די זארגן פון די פראטעסטירער און אז ער וועט זיך רעכענען מיט זייערע פארלאנגען און אפשטופן זיין פארגעשלאגענע שטייער העכערונג אויף גאזאלין מיט א האלב יאר צו געבן מער צייט צו באטראכטן אנדערע מעגליכקייטן. די שטייער אויף גאזאלין איז געווען די הויפט סיבה וואס האט געטריבן די אויפברויז וועלכע האט ארויסגעברענגט צענדליגע טויזנטער צו די גאסן. די "געלע וועסטלעך" פראטעסטן האבן אויפגעשטורעמט פראנקרייך און פאראליזירט עטליכע שטעט, און זיי האבן געווארנט צו פאראליזירן פאריז אין די קומענדיגע טעג. טייל פון די פראטעסטירער האבן אבער געזאגט פאר די פרעסע אז זיי געבן נישט אויף, און זיי וועלן ווייטער פראטעסטירן ביז דער שטייער ווערט אינגאנצן עלימינירט.
זעה אויך: פראנצויזישע ראיאטירער רעספעקטירן דעם שבת
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה