סטאקס פון אמעריקאנער קאר פירמעס האבן זיך שטארק געהויבן נאך א בלומבערג נייעס באריכט אז כינע וועט מעגליך שניידן טאריפס אויף אמעריקאנע קארס צו נישט מער פון 15 פראצענט, אראפ פון די פריערדיגע 40 פראצענט. די שעירס פון דזשי-עם זענען געוואקסן מיט 2.4 פראצענט, פאָרד סטאקס זענען געשפרינגען צו 2.2 פראצענט, און טעסלע סטאקס זענען ארויף מיט אזויפיל ווי 2.0 פראצענט.

דאס קומט א טאג נאך א טוויט פון טראמפ אז כינע וועט נידערן טאריפס אויף אמעריקאנער קארס. דערווייל האט מען אבער נישט געהערט קיין אפציעלע מעלדונג, נישט פון כינע, און נישט פון די ווייסע הויז איבער די טאריף שניטן. אויב דאס פאסירט טאקע וועט דאס געזען ווערן ווי א זיג פאר׳ן ווייסן הויז און פאר׳ן פרעזידענט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל