דער פרעזידענט האט נעכטן ווידערהאלט זיין באשלוס צו ארויסציען אמעריקאנער זעלנער פון סיריע, זאגנדיג אז אין א געשפרעך מיט׳ן טערקישן פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט דער טערקישער פרעזידענט אים פארשפראכן צו איבערנעמען די אמעריקאנער אנטי-אייסיס באמיאונגען. לויט באריכטן גרייט זיך טערקיי צו אוועקשטעלן אירע אראבישע-טערקישע מיליציעס אין סיריע, וועלכע וועלן ארבייטן אינאיינעם מיט די טערקישע זעלנער וועלכע געפונען זיך שוין אין סיריע.

דאס באדייט אז די קורדישע מיליציעס, וועלכע האבן באקעמפט אייסיס אינאיינעם מיט אמעריקע, וועלן אויסשטיין פארפאלגונג און מעגליך מאסן מערדעריי דורך די טערקן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל