אויסטראליע - בערך דריי טויזנט מענטשן זענען עוואקואירט געווארן נאכדעם וואס א הויך-שטאקיגע טורעם אין צענטער פונעם שטאט סידני האט אנגעהויבן צייגן שפאלטנס און צייכנס אז עס קען מעגליך איינפאלן. דאס איז געקומען נאכדעם וואס עס האט זיך געהערט א גאר הויכע זעץ פונעם געביידע, און דאן האט מען געטראפן א שפאלט אינעם צענטן שטאק פון די 33-שטאקיגע קאמפלעקס, וואס פארמאגט 392 אפארטמענטס.

דער געביידע איז געעפנט געווארן דאס יאר, און איז אויסגעלויבט געווארן אלס אן ארכיטעקטורישע וואונדער, אבער אצינד זאגן אויטאריטעטן אז עס קען איינפאלן יעדע ליאדע מינוט, און אלע גאסן ארום זענען עוואקואירט און אפגעשפארט געווארן.

עס הייסט אז די געביידע האט זיך אייגענטליך געריקט איינס אדער צוויי סענטימעטער פון וואו עס איז געבויעט געווארן!



ענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל