די ווייב פון דער פראקוראר אלבערטא ניסמאן וועלכער האט אנגעפירט דער אויספארשונג איבער דער אמיא צענטער באמבאדירונג, האט זיך ארויסגעצויגן פון א אנקלאגע איבער איר מאנ'ס טויט, און געשריבן אז דאס איז וויבאלד זי האט ערהאלטן א רייע טויט סטראשונקעס, און געמאכט דעם באשלוס כדי צו גאראנטירן דער זיכערהייט פון איר פאמיליע.

דער אידישער פראקורור אלבערטא ניסמאן איז געפונען געווארן דערשאסן אין זיין היים אין יאנואר 18 2015, געציילטע שעות בעפאר ער האט געזאלט אויפטרעטן בעפאר ארגענטינער געזעצגעבער פארצולייגן באווייזן אז דער דעמאלסטדיגער פרעזידענט קריסטינא פערנאנדעז קירשנער האט געשפילט א ראלע אין פארדעקן איראנ'ס ראלע אין דער אידישער אמיא צענטער באמבאדירונג אין יולי 1994 וואס האט געפירט צום טויט פון 85 מענטשן.

דער ארגענטינער רעגירונג האט צוערשט דערקלערט אז ניסמאן איז באגאנגען זעלבסטמארד, אבער דער רעגירונג׳ס ווערסיע איז תיכף געווען אונטער פראגע צייכן, און א יאר צוריק האט דער פעדעראלע ריכטער וואס האט יעצט איבערזיכט אויף דער קעיס גע'פסק'נט אז ניסמאנ'ס טויט איז קלאר געווען א מארד פאל. אצינד איז שרה גארפינקל - ניסמאנ'ס מוטער - די איינציגע וואס איז פארבליבן אין דער אנקלאגע.  

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל