עס איז יארן לאנג געווען אנגענומען אז נארוועגישע בירגער - און בעיקר די נארוועגישע אונטערגרונט ביים צווייטן וועלט קריג - האט געטוהן גאר אסאך צו העלפן די 800 אידן וואס האבן זיך געפונען אין נארוועגיע ביים צווייטן וועלט קריג, און אז די דעפארטאציעס פון 530 אידן ביים צווייטן וועלט קריג איז געווען גענצליך אומערווארטעט פאר די נארוועגישע אונטערגרונט. אבער א פרישן בוך דעקט אויף אן אנדערע זייט פון די געשיכטע, און זאגט אז סיי די נארוועגישע אונטערגרונגט און סיי די נארוועגישע גלות-רעגירונג אין לאנדאן האבן געוואוסט דריי חדשים פאראויס איבער די דעפארטאציע פון 530 נארוועגישע אידן ביים צווייטן וועלט קריג, און אז זיי האבן גארנישט געטוהן דאס אפצושטעלן.

דער בוך טענה׳ט אויך אז די אידן ווואס זענען געראטעוועט געווארן דורך אונטערגרונד מיטגלידער האבן געדארפט באצאלן גרויס געלט דערפאר. דער נאראטיוו אז רוב נארוועגיער בירגער זענען חסידי אומות העולם איז שוין לאנג אונטער פראגע צייכן, צוליב דעם וואס ציפערן האבן געוויזן אז מער נארוועגישע בירגער האבן זיך אנגעשלאסן אין די דייטשע ארמיי ווי די וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין דער אונטערגרונט צו באקעמפן די דייטשן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל