די פוילישע רעגירונג האט דעם זונטאג באערט ר' שמחה ראטמאן ז"ל, דער לעצטער איבערלעבער פון די ווארשעווער געטא אויפשטענדלער, וועלכער איז נפטר געווארן פארלאפענעם שבת קודש אין זיין היים אין ירושלים אין טיפן עלטער פון פון 94 יאר.

ר' שמחה איז געבוירן געווארן אין ווארשע אין 1924, און אין יאר 1943, ווען ער איז אלט געווען נישט מער ווי 19 יאר, האט ער זיך אנגעשלאסן אין די ווארשעווער געטא אויפשטאנד, אפצושטעלן די דעפארטאציעס פון געטא איינוואוינער צו דער טרעבלינקע טויט לאגער.

דעם זונטאג האט די לאקאלע שטאטראט אין ווארשע באערט ר' שמחה ראטמאן, דורכ'ן אפהאלטן א מינוט פון שטילקייט און דורך אראפלייגן בלומען אין זיין אנדענק.

דער ווארשעווער מעיאר האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש, שרייבנדיג אז שמחה ראטמאן איז געשטארבן, ער האט געקעמפט אין דער ווארשעווער אויפשטאנד, און דערנאך צוגעשריבן אין לשון הקודש "ברוך דיין האמת".

דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא האט אויך ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכע ער האט דערקלערט אז ר' שמחה ראטמאן, וואס האט אנטייל גענומען סיי אין דעם ווארשעווער געטא אויפשטאנד און סיי אין א אלגעמיינער פוילישער אויפשטאנד, איז געווען א העלד פאר ביידע פעלקער און ער וועט אייביג געדענקט ווערן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל