ווי מיר האבן פרייטאג באריכטעט, האט ניו יארק פארלוירן די מערסטע איינוואוינער פון אלע סטעיטס אין די פאראייניגטע שטאטן. אלס רעזולטאט דערפון, קען ניו יארק מעגליך פארלירן צוויי קאנגרעסיאנאלע זיצן, צוליב דער רידיסטריקטינג פראצעדור, וויבאלד - אנדערש ווי סענאט - איז דער סיסטעם אין קאנגרעס אז די רעפרעזענטאציע איז פראפארציאנאל לויט די צאל איינוואוינער אין דעם סטעיט.

ווי עס קוקט אויס וועט איין זיץ העכסט ווארשיינליך פארלוירן גיין, די פראגע איז איבער דעם צווייטן זיץ, וואס מען וועט דארפן באשטימען אויב ניו יארק האט פארלוירן גענוג איינוואוינער צו פארזיכערן א פארלוסט פון גאנצע צוויי קאנגרעס זיצן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל