א צענזוס איבערציילונג צייגט, אז ניו יארק האט פארלוירן דאס מערסטע בירגער פון סיי וועלכע אמעריקאנער שטאַט אין לויף פונעם לעצטן יאר, און האט פארלוירן א סך הכל פון 48,000 זינט פאראיאר. אין בלויז 9 שטאטן איז באריכטעט געווארן א נידערונג אין די פאפולאציע, און צווישן די 9 האט ניו יארק געזען די גרעסטע פארלוסט.  דער ניו יארקער באפעלקערונג שטייט אצינד ביי 19.7 מיליאן, זייענדיג די פערטע אויף די ליסט פון די גרעסטע שטאטן. דער איבערציילונג צייגט אז טעקסאס האט צובאקומען דאס מערסטע איינוואוינער. און פערצענטועל האבן נעוואדע און אייאווע געזען די גרעסטע וואוקס אין באפעלקערונג.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל