א מאנהעטן ריכטער האט אפגעשטופט א ספעציעלע סורטשארדזש אפצאל פאר געלע טעקסי רייזעס, וואס האט געדארפט אריינגיין אין עפעקט דעם יאנואר דעם ערשטן.

דער טי-על-סי קאמישאנער, האט פארגאנגענעם חודש געזאגט אז דער אפצאל וועט זיין א שטארקער קלאפ פאר די טעקסי אינדוסטרי וואס פלאגט זיך שוין אזוי אויך מיט אזעלכע קאנקורענטן ווי אובער און ליפט.

אויב וואלט מען צוגעלייגט די יעצטיגע סורטשארדזש צו די פריערדיגע אפצאלן וואלט אויסגעקומען אז אויב איינער זעצט זיך אריין אין א געלע טעקסי וואלט ער שוין געדארפט באצאלן פינעף דאלער מיט 80 צענט נאך בעפאר די טעקסי הויבט אן צו פארן.

דער ריכטער מארטין שולמאן האט באשטימט א פרישע הירינג פאר די קעיס אין יאנואר דעם דריטן, ביז דאמאלסט וועט איר נאר דארפן באצאלן צוויי דאלער מיט 32 צענט פאר פאר די בלויזע הנאה פון זיך ארייינזעצן אין א געלע טעקסי אבער איינמאל די טעקסי הויבט אן צו פארן זענט איר אויף אייער אייגענעם אחרייות.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל