א שכן האט גערופן די פאליציי, נאכן הערן א הויכע גערודער ארויסקומען פון א ליידיגע געביידע אויף פארק פלעיס אין מאנהעטן, ווען די פאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי באמערקט אז צוויי דרויסנדיגע ווענט שטייען מיט'ן פולן פראכט אבער די אינווייניגסטע פינעף שטאקן האבן זיך גענצליך צוזאמגעלייגט אין א פלאכע בערגל ברוכווארג ווי א פייער טשיף האט זיך אויסגעדרוקט ווי א פענקעיק (אזא קוכן וואס מען באקט אין א פלאכע טאפ).

די שאדן האט זיך נאר געקענט אנזען פונדרויסן פון איין זייט פון די געביידע, אבער ווען פייער באאמטע האבן עס באטראכט פון א לייטער פון די דאך האבן זיי באמערקט אז פון פינעף שטאקן אז געווארן איינס.

קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין די אינצידענט וואס האט ווי עס קוקט אויס פאסירט אין א געביידע וואס האלט אינמיטן רענאווירט ווערן אדער איינגעווארפן ווערן.

פייער באאמטע האבן געמאלדן אז פארק פלעיס צווישן טשורטש סטריט און בראדוועי וועט זיין אפגעשלאסן ביז ניין אזייגער צו צופרי ווען די פייער באאמטע וועלן באשליסן צו דער פלאץ איז פארזיכערט.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל