א גרופע פון 28 ניו יארק סיטי קאונסיל מיטגלידער, האבן געשיקט א בריוו צו די ניו יארק סטעיט עדוקעישאן דעפארטמענט, אויסצדרוקן קעגנערשאפט פאר די נייע פארשריפטן פאר פריוואטע שולעס.

דער בריוו ברענגט ארויס אז די נייע פארשריפטן גייען פיל ווייטער ווי בלויז לערנען די מינימאלע לימודי חול וואס פעלט זיך אויס, און דרוקט אויס זארג אז דער סטעיט טוט דערמיט צופיל אריינרעדן אין פריוואטע שולעס וואס זיי זאלן יא אדער נישט לערנען.

די קאוסיל מיטגלידער טוען אויך ארויסברענגען אז די פארשריפטן זענען געשריבן געווארן אהן זיך אדורכרעדן מיט אנדערע צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל