דער "וואשינגטאן פאוסט" האט באריכטעט פון קוועלער אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע, אז באאמטע אין די אדמיניסטראציע האבן אויסגעדריקט זארג איבער דעם וואס דער פרעזידענט האט געארבעט שווער צו פארזיכערן אז עס בלייבט נישט איבער קיין שום רעקארד אדער טראנסקריפט פון די 5 מאל וואס ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט פוטין, ספעציעל נאך דעם העלסינקי סאמיט ווען פרעזידענט טראמפ האט פערזענליך אינטערווענירט ביים פארטייטשער וואס איז אנוועזנד געווען אז זי זאל אים דערלאנגען איר נאטיצן און דער פרעזידענט האט נישט מיטגעטיילט אדמיניסטראציע באאמטע איבער די אינהאלט פון די געשפרעכן ווי עס איז דער נארמאלער פראטאקאל. דעמאקראטן אין קאנגרעס זאגן אז זיי קלערן פון עפענען אן אויספארשונג דערוועגן, און רופן די דאלמאטשער צו עדות זאגן איבער וואס די צוויי פירער האבן דיסקוסירט. טראמפ האט אראפגעריסן דעם באריכט זאגנדיג אז ער האלט כסדר אפ געהיימע זיצונגען מיט וועלט פירער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל