אידישע פירער אין פוילן האבן ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי דרוקן אויס טרויער אויף די טויט פון פאוועל אדאמאוויטש, דער מעיאר פון שטאט לייפציג, (אדער גדאנסק, אין פויליש) וועלכער איז געשטארבן פון זיינע וואונדן, נאכדעם וואס ער איז געשטאכן געווארן ביים זיך באטייליגן אין אן עפנטליכע קאנצערט. אדאמאוויטש איז שוין פאר איבער צוואנציג יאר דער מעיאר פון לייפציג און איז נאציאנאל באקאנט מיט׳ן באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און איז געווען אן אויסגערופענער קריטיקירער פונעם געזעץ וואס דער עקסטרעם-רעכטע רעגירונג האט געוואלט איינפירן אין פוילן וועלכע וואלט פארבאטן צו אנלייגן די שולד אויף פאלאקן פאר פארברעכנס ביים צווייטן וועלט קריג. דער מערדער וועלכע האט אים געשטאכן איז א קרימינאל וועלכע איז - ווי עס שיינט - גייסטישע אומסטאביל.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה