די אויפרייס מאַטעריאַל איז אנגעצונדן געווארן בערך 10:52 היינט דינסטאג צופרי, אַראָפּברענגנדיג די 64-יעהריגע טאַפּאַן זי בריק אין ווייניגער ווי אַ מינוט.

מיט טויזנטער צוקוקענדיג לייוו און אויף טעלעוויזיעס און טעלעפאנס, האט אַ גרויסע בליץ פון רויך און אַ בליץ פון פייער אַראָפּגעבראכט די מזרח אַנקער שפּאַן פון די בריק, אַראָפּווארפענדיג עס אין די האָדסאָן ריווער וואו עס איז פארכאפט געווארן דורך אנגעגרייטע קייטן וואס וועט העלפן שפּעטער עס אוועקצופירן.

די דעמאַלישאָן איז אדורכגעגאנגן אָהן קיין שווערקייטן, עטליכע טעג נאָכדעם וואס עס איז אריגינאל געווען פּלאַנירט אבער איז דאן אפגעשיבן געווארן צוליב די ווינטן.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל