דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ טאיעפ ערדאוואן האט נעכטן אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין ליכט פון די ריקצוג פון אמעריקאנער טרופן אין סיריע. דאס איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געווארנט טערקיי אז סיי וועלכע שריט קעגן די קורדן וועט ברענגען שווערע אמעריקאנער סאנקציעס. ערדאוואן האט אויסגעדרוקט א וויליגקייט צו שאפן א ברייטע "זיכערהייט זאנע" צווישן טערקיי און סיריע. עס איז אבער אומקלאר וואס אזא זאנע וועט אויפטון און אויב די טערקן וועלן אטאקירן קורדישע מיליציעס וועלכע זענען אקטיוו אינעם געגנט. פרעזידענט טראמפ האט באצייכנט דעם טעלעפאן געשפרעך אלס פאזיטיוו, און געזאגט אז ער איז געקומען צו אן "היסטארישע פארשטענדעניש" מיט ערדאוואן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל