ציפערן דורך די דייטשע רעגירונג צייגט אז עקאנאמישע וואוקס איז היבש פארשטייטערט געווארן אינעם רעפובליק, און די וואוקס איז געשטאנען ביי 1.5 פראצענט, דאס שוואכסטע אין פינף יאר. דער פארשטייטערונג אינעם וואוקס איז טיילווייז צוגעשריבן צו פראבלעמען וועלכע פלאגן דעם דייטשן אויטא אינדורסטרי, וועלכע איז שטייט אין זיך צופאסן צו נייע אנטי-פאַרפּעסטיקונג רעגולאציעס און איז אויך געפלאגט געווארן פון סקאנדאלן. דייטשלאנד איז די גרעסטע עקאנאמיע אינעם אייראפעאישן בלאק, און לויט די ציפערן זענען די לעצטע דריי חדשים פון 2018 געווען היסטאריש שוואך, א זאך וואס קען אנדייטן אן עקאנאמישע פארשטייטערונג פאר גאנץ אייראפע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל