אָלבאַני — אַ טייל פון די אַלטע "טאַפּען זי" בריק וועט צענומען ווערן דורך אויפרייס, צו העלפן אַראָפּברענגען די סטרוקטור.

די פעדעראַלע הייוועי אַדמיניסטראַציע (עף–עיטש–עי) האָט באַשטעטיגט, אַז נאָך אַ פרישע אונטערזוכונג פון די ענווייראָנמענטאַלע ווירקונג סטעיטמענט וואָס איז פאַרבינדן צו די דעמאָלישן פון די מזרח–בריק, האָט די רעגירונג געגעבן איר צושטימונג צו נוצן אויפרייס–מאַטעריאַל אָפּצוהאַקן שטאָל–עלעמענטן אין אָפּגעזונדערטע ערטער בשעת די אַרבעט אין יאַנואַר. "דאָס איז אין די אינטערעסן פון צונעמען די בריק אויפ'ן זיכערסטן וועג וואָס איז נאָר מעגליך", האָט דערקלערט אַן "עף–עיטש–עי" וואָרטזאָגער.

אַ וואָרטזאָגער פאַר "טאַפּאַן זי קאָנסטרוקטאָרס" האָט געזאָגט, אַז דער באַנוץ פון אויפרייס–מאַטעריאַל איז פאַררעכנט געוואָרן אַלס די זיכערסטע אופן צו באַזייטיגן די בריק.

די ענדגילטיגע פלענער פאַר די טאָטאַלע באַזייטיגונג פון די אַלטע בריק, איז נאָכנישט געמאָלדן געוואָרן.

די זעלבע סאָרט באַזייטיגונג איז שוין דורכגעפירט געוואָרן דעם פאַרגאַנגענעם יאָר ביי די אַלטע קאָסקיאָסקאָ בריק, ווען הונדערטער קליינע "אויפרייסערס" וואָס זענען געווען אונטערגעשטעלט ביי די "דזשוינטס" (שרויפן) זענען אויפאיינמאָל אַקטיוויזירט געוואָרן, און די בריק איז צוזאַמענגעפאַלן. דער גאָווערנאָר האָט געזאָגט נאָך יענעם אויפרייס, אַז ער שּפירט זיך רואיגער און צופרידן דערמיט, און אַז מען וואָלט עס נישט געקענט טון בעסער.


גענומען פון ק"י וואכנשריפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל