מעיאר ביל דעבלאזיא האט היינט אינדערפרי אנאנסירט א פרישע פלאן צו רעפארמירן העלט קעיר אין ניו יארק, און געמאלדן דאס שאפונג פון א הונדערט מיליאן דאלערדיגע פאנד צו פארזיכערן 600 טויזנט ניו יארקער וועלכע האבן נישט קיין העלט אינשורענס, אריינגערעכנט אומדאקומענטירטע אימיגראנטן. דער פלאן רעכנט אריין ארום 300 ניו יארקער וועלכע פארמאגן נישט קיין לעגאלע סטאטוס אין אמעריקע און זענען נישט בארעכטיגט צו קיין העלט קעיר אונטער די פעדעראלע סטאנדארטן. דעבלאזיא האט פארשפראכן אז דער פלאן וועט נישט פאדערן קיין שטייער העכערונגען, נאר וועט פינאנצירט ווערן דורך דעם עקזיסטירנדער פראגראם וועלכע צאהלט אויס שפיטאל באזוכן פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין העלט קעיר. אונטער דעם עקזיסטירנדער פראגראם, טוען צענדליגע טויזנטער גיין אין שפיטאל אנשטאט באזוכן ביי א פריוואטן דאקטאר אדער א קליניק. דער מעיאר זאגט אז דער טויש אליין וועט שפארן הונדערטער מיליאנען פאר די סיטי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל