עס שטעלט זיך ארויס אז עקסטרעמע קעלט שאדט פאר די מוח פונקציאָנירונג...

קאנאדא - אובי קאנועל, א פארשוין וואס וואוינט אין די בריטישע קאלאמביע און איז א זעלבס-דערקלערטע גלח פאר די "פּאַסטאַפאַרישע" רעליגיע וואס דינט לאקשן און פלייש באָליס... - האט געהאט א קריגעריי מיט די אינשורענס איבער'ן נעמען זיין בילד אהן זיין היטל, וואס באשטייט פון א לאקשן זייער... אפיציעלע בילדער ווערן געווענליך גענומען אהן קיין היט, צו קענען בעסער דערקענען די פנים. געווענליך, אבער מיט די אויסנאם פון רעליגיעזע אורזאכן. אויב איינער אנטזאגט צו אראפנעמען זיין היט צוליב רעליגיעזע אורזאכן, קען די אגענטור אים נישט באצווינגען, אמער דאס איז פרייהייט פון רעליגיע.

איר פרעגט, לאקשן דינען זיי?! עהם, יא. זיי גלייבן אז א פליענדיגע ספּאַגעטי מאנסטער האט באשאפן די וועלט... די רעליגיע ווערט אנגערופן נאך די ווארט "פּאַסטאַ", א אנדערע טערמין פאר ספּאַגעטי, די לאנגע לאקשן.

אין די פאראייניגטע שטאטן, א לאנד וואס איר קולטור איז געבויעט ארום די גלויבן פון די באשעפער, האט די דיסטריקט קאורט אין נעבראסקע געאורטיילט אז פּאַסטאַפאַריזם איז נישט א ריכטיגע רעליגיע וואס איז באשיצט דורך די קאנסטיטוציע.



באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל