פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט היינט 9 אזייגער אווענט געגעבן א לאנד-ערווארטעטע רעדע איבער די רעגירונג שאטדאון און זיין פארלאנגטע גרעניץ וואנט. דאס איז געווען די פרעזידענט'ס ערשטער "פריים-טיים" רעדע זינט טראמפּ האט גענומען אָפיס, און אַלע אויגן זענען געווען געווענדעט צו די אָוועל אָפיס.

טראמפּ האט געגעבן זיין ערשטער אָווענט אַדרעס 9:00 פארנאכטס, ווען אלע אמעריקאנער זיצן צוגעשמידט צו זייערע טעלעוויזיעס, און האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו געוואונען די הערצער פון די אמעריקאנער בירגער, וואס אנדערע פרעזידענטן האבן גענוצט נאר אין גאר וויכטיגע אומשטענדן. אין די זעלבע צייט, האבן די דעמאקראטישע זייט געגעבן א ענטפער צו די פרעזידענט'ס רעדע דורך ספיקער נענסי פעלאוסי און סענאט מאיאראטי פירער טשאק שומער.

די יעצטיגע שאטדאון, איז די צווייט-גרעסטע פעדעראלע אפשליסונג אין די אמעריקאנער היסטאריע, און גייט שוין אריין אין איר זיבצענטע טאג.

די אדמיניסטראציע האט פארלאנגט גאנצע אכט מינוט פאר די פרעזידענט'ס רעדע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל