עס איז וואויל באוואוסט אז דער איצטיגער פרעזידענט האט אן אלערגיע רעאקציע צו זאגן דעם אמת, און האט א שוואכע אינטערעסע אין פאקטן, זינט ער לעבט מיט אלטערנאטיווע פאקטן (כמאמר קעליען קאנוועי). זיין נעכטיגע רעדע איז גראדע געווען זייער פרעזידענטליך, א חידוש אין וואשינגטאן און א שטארקע שטאלץ פאר ווער עס קימערט איבער דעם, אבער אהן קיין אייגענטליכע חידושים אין טענות און מלא שקר. עס וואלט געוען אינטערעסאנט צו פארגלייכן זיינע ווערטער מיט די ריכטיגע פאקטן, און זעהן צו ער האט אפילו פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן אמת...
מיר וועלן אויסלאזן די "ווייסע ליגנט", א טערמין פאר'ן נישט זאגן דעם אמת נאר פארדרייען אביסל די פאקטן, און זיך בעיקר באנעמען מיט צוויי אפענע שקרים, וואס זענען געווען די פאנדאציע פון זיין רעדע.
מיר וועלן אויסלאזן די "ווייסע ליגנט", א טערמין פאר'ן נישט זאגן דעם אמת נאר פארדרייען אביסל די פאקטן, און זיך בעיקר באנעמען מיט צוויי אפענע שקרים, וואס זענען געווען די פאנדאציע פון זיין רעדע.
די פעדעראלע רעגירונג בלייבט פארשפארט פאר איין סיבה און נאר איין סיבה: ווייל דעמאקראטן ווילן נישט באצאהלן גרעניץ זיכערקייט.שקר! די דעמאקראטן האבן פארגעשלאגן 1.3 ביליאן דאלער פאר גרעניץ זיכערקייט, ווי פארבעסערן סורוועילענס און פארשטערקערן די עקסיסטירנדע ווענט, אבער נישט פאר זיין פאליטישע-מאטיווירטע וואנט. אין פאקט, טראָמפּ האט אפן געסטראַשעט צו פאַרשפּאַרן די רעגירונג אויב ער באקומט נישט זיין וואנט.
די וואנט וועט אויך באַצאָלן ווערן, אומדירעקט דורך דער נייע האַנדל אפמאך וואס מיר האָבן געמאכט מיט מעקסיקא.שקר! ערשטנס, די איבערגעשריבענע נאפטא אפמאך דארף נאָך באשטעטיגט ווערן דורך קאנגרעס. סיי וועלכע עקאָנאָמישע בענעפיטן פון דעם אפמאך, אויב עס גייט אדורך, וועט פילייכט קומען דורך נידעריגערע טעראַפס פאַר אמעריקאנער קאָמפּאַניס אָדער העכערע לוין פאַר אמעריקאנער ארבעטערס. דאס איז א גוטע זאך, אבער באצאהלט נישט פאר קיין וואנט, און זיכער א ווייטע גאנג פון זיין קאמפיין צוזאג אַז מעקסיקא וועט פינאַנצירן די וואַנט.
It doesn't make sense what a nonsense article and it's a shame to put it on the news should be placed under a hit job
השבמחקברענג ביטע ארויס די "נאנסענס"... עס איז זעהבאר אז די אמת מאכט נישט אזוי צו אייך, אזוי לאנג ווי עס פארטיידיגט דיין העלד.
השבמחקהוסף רשומת תגובה