פרעזידענט טראמפ האט אפאגעזאגט א פשרה פון דורכפירן א קורץ-טערמיניגער שפענדינג ביל וואס זאל האלטן אפן די רעגירונג פאר די קומענדיגע צוויי וואכן. דער פרעזידענט האלט זיך ביי זיין פארלאנג פאר 5 ביליאן דאלער פאר׳ן גרעניץ וואנט, אבער די דעמאקראטן זענען נישט גרייט אריינצולייגן אין דעם שפענדינג ביל מער ווי 1.37 ביליאן פאר די וואנט. טראמפ האט ווידערהאלט אז ער איז גרייט פאר א רעגירונג שאט-דאון אויב קומט מען נישט נאך זיין פארלאנג.

דער דעדליין צו באשטימען א בודזשעט כדי די רעגירונג זאל נישט קומען צו א רעגירונגס פארשליסונג איז פרייטאג צונאכטס. איינמאל עס קומט אן צום דעדליין וועט נישט זיין קיין פאנדינג פאר 9 רעגירונג אפטיילונגען און פארשידענע אגענטורן. זעקס אנדערע רעגירונגס אפטיילונגען וועלן אבער יא זיין געדעקט פאר די קומענדיגע צען חדשים ביז ענדע סעפטעמבער פון קומענדיגן יאר.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל